Tuesday 2 August 2016

NO!!! איטץ עגענסט די רולס ....... אויטש

 am דינסטאג יולי 12, 2016 5:23 

כ'וועל נישט אנפאנגען מיט קיין גאנצעטע אקדמות דאס וועלעך לאזען פאר "איך הער" אדער צום רב שבועות פארן ליינען, כ'וועל גלייך ציגיין צום פוינט.

(אנטשולדיג ! נישט שיין אריינציקוקען יעצט אין איכער'ס אשכולות, איך רעדט יעצט)

אבער קודם דארפעך דאך געבן א שטיקעל אריינפיר, זאסטאבען א שטיקעלע איידיע פון וואסעך וויל דא רעדן. וועסטעך אודאי פרעגען איז דען אריינפיר נישט קיין הקדמה? פרעקסטעך זייער גיט, שוין ! ווילסט נישט איז נישט.

וועלעך גלייך גיין צום פוינט, 

זאלעך אנפאנגען ווי געווענליך לא איש דברים, וועט מען נאך מיינען כ'זאג נאך פין א צווייטן'ס דרשה זאלעך זאגען איש דברים ווער זאגט איך בין בכלל א מענטש. ...... כ'מיין בעל דרשן,

שוין !!! זעהעך שוין ווי איך האלט מיט דיר, וועלעך נישט זאגען..... כ'מיין שרייבען קיין דראשעס, כ'וועל פארציילען א פלעינע מעשה שהי'.

כ'בין געווען טיף פארטיפט אין עולם החלומות, ווען פליצלינג געט מיין נשמה אזא פלי ציריק אריין אין מיר מיט א געזינטע זעץ, אז איך בין געווארן איגאנצען ציטרייסעלט, און וואס מיינסטע !!!! דאונט געט טו איקסייטעט, כאמעך אויפגעוועקט.

יו !!!! שוין אזוי שפעט, כ'געמעך אזא טי אן שנעל, כ'פלאג אויס די פאון פין טשארשער  כ'פאקעס אין מיין פאקעט,  כ'פיץ מיין ציין, די פאות וועלעך שוין מאכען נאכען מיקווע, כ'זארקעס אינטער מיין אויער, איכאפ מיין טאלעסיטפילען, א שטילע קנאק מיטן טיר און געגאנגען.

די וועג צום ס'מעדרעדש ווי זוי מיין ווינט האצעך געשלאגען מיטן היט...... כ'מיין פארקערט... וועלעך דארפען פארציילען אנאנדער געלעגענהייט. 

כ'קום אריין אין שול, כ'זאג בערכעסאטורא, אריין אין קאווע שטיבעל (נישט די סייט), די פייל כלי שני'ס לאזעך פאר א צווייטן, בארעכאשעם די קאווע איז פיין געלונגען.

און מ'לאמערזעך אהין צום מקוה

אנומלעט, כ'קום אן צום מקוה ווילעך אריינגיין, ס'קארטעל ארבעט נישט, אוי! כ'דערמאנמעך  כא'נאכנישט געצאלט די כודעש, שוין וועלעכמעך מיטכאפען מיט א צווייטן.

כ'ווארט א פאר מינוט א ליטווישע  מגולח קומט אן, וואס גייטמעך אן ווער ס'איז,

כ'געבעם א פרעג "קען איי קאם אין וויט יו?"

כ'ווילמעך שטעלן ביים דרייער כאילו כ'בין זיכער ער גייטמעך אריינלאזען.

ער ריפצעך אבער אן מיט א שטימע ווי מיין מלמד פלעגט רעדן ווען כ'האב נישט געקענט ביים פארהער

NO!!! איטץ עגענסט די ראללס.

ער געצעך אזא דריי אריין אין ערישוין לאנג אינעווייניג.

כ'זאגמעך אזוי צו מיר, קומסטעך אריין אין ביהמ"ד פון מיין קרייז, כאדעך נאך קיינמאל נישט געזען דא פארדעם, פרעגסטמעך ניטאמאל צו איך פלאן צי צאלען, לאזטמעך שטיין ווי א רבי אן א בענקעל נאך קידוש, איך זעה ווי אינגיטען די ביסט מיט רולס, 

 צו גייט דיין טאטע / זיידע אויך אין מקוה, די בוסט עפעס הייליגער פון דיינע אבות? דריי נישט קיין קאפ מיט יענעמס רולס, זיי נישט פרום אויף יענעמס חשבון נעם קער קודם פון דיינע רולס.

ס'דערמאנטמעך א מעשה, געווען אין א ישיבה אינמיטען "כאודעש עלאל"  א זמן וואס ביי געוויסע קרייזען  מאכט מען א אנדענק פין די ספאנישע איקוויזיציע, גיי פרעג פארוואס. 

בעט איינער זיין חבר ער זאלעם ארויסהעלפן מיט עפעס, ענטפערט אים זיין חבר " סארי! איים נאט אוסעק אין כעסעד (חסד) איים אוסעק אין טשאאבע (תשובה)." 

א ביטער געלעכטער, 
ווען א צווייטער דארף הילף, א גיט ווארט, אביסעלע געפיל אדער סיי וואס, לייג אוועק אלע 1000 סיבה'ס פארוואס נישט צי העלפן, קוק נישט דורך זיין גאנצע היסטארי, ווייל "ס'איז עגענסט די רוללס"




........שעיקארע שעיקארע סוס ליסאשיאא..............

איינ סווייד רייף איר 

לואיעמאלעיטלואימאלעי לואיעמאלעיטלואימאלעי - לא יעמאלעיט ..................

ואני אסבול ואמלט

יוטגאדעיל ויוטכאדעיש שמעי ראבא

No comments:

Post a Comment