Tuesday 2 August 2016

מיטמאכעניש פון א מנהיג הדור אין עירפארט

מיטוואך יולי 20 2016 4:34 am

לאמיך נישט צילאנג מקצר זיין......

כ'בין געווען לעצטענס אין עירפארט, איז געווען דארט איינע פון די גרויסע מנהיגי הדור בדורינו, 

איך האמיך ציגעקוקט ביים פאספארט קאנטראל פאר די טשעק אין, דער ערל וואסיז געווען אין טשארטש האט נאר ציגעלאזט דעם רבין מיט זייינע נאנטע וואס זענען מיטגעפלויגען אין פליגער, דער ביליגער ערל האט אויפגעהאלטען דעם רבין פאר גאר א לאנגע צייט, אויסגעפרעגט א ים מיט שאלות וואס כ'האב נישט געקענט הערן, אינמיטן האט ער געהייסען דעם רבי'ן אויסטיען דעם היט, און ווען ער האט צירוקגעגעבען די פאספארט האט ער געגעבען א זאג דעם רבי'ןס נאמען אן קיין שום טיטעל פארדעם,

ס'האט מיר זייער ווייגעטיען אויף די בזיונות וואס א מנהיג דארף דורכגיין אין עירפארט, כ'בין געווארן אנגעפילט פיל מיט געפילען לאו דוקא אויף די דיטעילס וואס כ'האב ציגעזען נאר אויף די גאנצע חלק הבזיון, כ'טראכט צו מיר וואספארע קאנטראסט ס'איז באזיך אינדערהיים, ביהמ"ד צווישען עולם וכדו' ווי ווען ער דארף זיין אינטערוועגנס אין אן עירפארט, ווי דער פראסטער געמיינער ביליגער שמיציגער (קלאמפערשט בעסערע) גוי, בהאנדעלט א גדול בישרא' ווי א פשוטע פארברעכער, דאס איז שוין מיטען האבן א ביזנעס / פערסט קלאס טיקעט, 

איז מיר איינגעפאלען אז מ'קען זיך אביסל אויסמשל'ן וואס ס'מיינט שכינתא בגלותא (מיט מיין פשטות'דיגע מחשבה)

די שכינא הק' איז געווען אמאל ביי זיך אין פאלאץ - די ביהמ"ק, ס'געווען מלא כל הארץ כבודו, אונז האמיר בכלל נישט קיין השגה, וואס ס'מיינט כהנים - קרבנות, לווים - אונז ווייס מיר נאר וואס חז"ל זאגען, 

פליצלינג איז די שכינה אנגעקומען און גלות, געפאנגען געווארען צווישען גוים מיט מורא'דיגע בזיונות, ס'שטייט אין שיר השירים, היכונו, פצעינו, נשאו את רדידי מעלי - זיי האבען מיר אראפגענימען די "היט", מיט די אנדערע לשונות, 
שוועמל האט געשריבן:
נשאו את רדידי מעלי "שומרי החומות" - די בארדער קאנטראל.

אז מ'טראכט אריין אין די קאנטראסט אויף וואסערע דרגה די שכינה איז אמאל געווען און וויזוי ס'איז היינט, קומט אריין א מורא'דיגע געפיל צום שכינה,

און יעצט ווען ס'קומט די ימי בין המצרים און מ'קען נישט האבען אלע באקוועמליכקייטען, נישט הערן מוזיק, נישט אנטיען פרישע בגדים אין די 9 טעג וכדו', אודאי איז עס אסאך מער ווי אביסעל נישט באקוועם, אבער אז מ'ברענגט אריין אין זיך אביסעל געפיל פאר די שכינה איז עס סאך גרינגער אויסצוהאלטען, אודאי קען מען טרעפן התירים אויף דאס אין אויף יענץ, אבער פראביר אביסעלע מער וויפיל די מיינסט אז די קענסט אויסהאלטען, ס'שטייטעך דאך אז כל המתאבל. ... רואה בשמחתה, 

פראביר אראפצינעמען א טראפ פון די היתר, זאלסט וויסען אז "בכל צער וצער" מיט יעדע פיצקעלע צער מער, גייסטי זיין א רואה בשמחתה אלף פעמים ככה,

טאקע יעצט איז אויך די זמן צו געבן מער געפיל איינעם דעם צווייטען, אריינברענגען אהבת חנם צווישען זיך, ספעציעל צווישען אונזער געשמאקע חברי' דא אויף אייוועלט ווי מ'פארברענגט אזוי געשמאק ציזאמען א גאנץ יאר, פראביר צו זאגען יעדן טאג ווייניגסטענס איין גיט ווארט פאר א צווייטען, ספעציעל פאר איינעם וואס די האלטסט אים פאר א לעוועל נידריגער פון דיר אדער די שעמסטעך "פונעם עולם גולם" צו רעדן צו אים אין פאבליק, די קענסט קיינמאל נישט וויסן ווי די קענסט איינעם אויפבויען מיט א פשוטע גיט מארגען,

זאל דער אייבערשטער העלפן אז מ'זאל מיר בקרוב זוכה זיין צו זיין בשמחת ובגאילת כלל ישרא'

נ.ב. איך ווילן בעטן דעם עולם נישט צו פאַרדרייען די עיקר טעמע, אויב שרייב איך אַ זייטיגע פוינט וואס די ווילסט קאמאנטירען, ביטע מאַך אויף אַ ניי אשכול, און לינק עס פון דא אהין, שכח

No comments:

Post a Comment