Friday 5 August 2016

ניצליכע עצות אין שווערע זמנים

אפדעיטעד מוצאי ת"ב תשע"ו

,איך שרייב דא נאטורליכע עצות וואס קען העלפן אין שווערע זמנים, געוויסע עצות קען אויסקוקען אז ס'איז
 נישט קיין ענטפער צו די פראבלעם וואס מ'פילט אז מ'האט, אבער פונדעסוועגען פראביר עס.

אבער טי נאר וואס די קענסט, וויאזוי די קענסט, וויפיל די קענסט אן קיין איבעריגע פרעשער, און ס'מוז נישט זיין פערפעקט, ווייל קיין איין נברא איז נישט פערפעקט, ווי אויך קען זיין אז פון אנפאנג וועסטי זיין נערוועז און אומגעדולדיג, האב נישט מורא, ס'איז זייער נארמאל אזוי צי פילען פון אנהייב, אבער ציביסלעך וועט עס האבען א פאזיטיווע רושם מער און מער.

געדענק יעדע זאך נעמט צייט פון אנהייב, גארנישט נעמט נישט איינס צוויי, אבער מיט די ריכטיגע אמת'ע עקשנות און נישט אויפגעבן וועסטו זעהן אז די וועסט נאך אי"ה האבן גאר אן הערליכע פרייליכע געשמאקע לעבן.

-----------------------------------------------------------------

פראביר צו סקעדזשלן פאר יעדע אינדערפרי און אין אווענט א גיטע 15 - 20 מינוט אדער אפי' לענגער, גיי צו א רואיגע פלאץ ווי מ'קען הערן סאונדס פון ארום און ארום, קענסט שפאצירן אדער זיך אראפזעצן, און אויך ווי ווייניגער (אדער בכלל נישט קיין) מענטשען דרייען זיך דארט (פארשטייט זיך נישט אין קיין מקום סכנה),

אבער מאך נישט קיין איבעריגע פרעשער אויב די טרעפסט נישט פינקטלעך די פלאץ וואס די זיכסט.

ווי אויך קענסטו איבערן טאג ווען ס'מאכט זיך א שווערע מינוט אדער סתם אזוי ביי ברעיק אדער אפי' אינמיטען די ארבעט טיען א חלק אדער עטליכע פון די עצות וואס איך געב דיר.

א - ניצען די 5 חושים

  1. זעהן 
  2. פילען
  3. הערן
  4. שמעקן
  5. טעם

  לאמיר מסביר זיין 

זעהן - פראביר צו באטראכטען אלעס וואס די זעסט דארט, למשל די ביימער, שעיפס, דיזיינס און קאלערס פון אלע מיני בלעטער, אדער באטראכט ווי די וואלקענעס פארן, אדער סיי וואס די זעסט דארט באטראכט מיט וואס מער דיטעלס די קענסט נאר, און ס'איז אפי' גיט ארויסציזאגען מיטן מויל אלע דיטעלס וואס די זעסט.

הערן - הער צי די אלע נאנטע און ווייטע סאונדס, שטילע און הויכע, שטארקערע און שוואכערע, וכו' און ס'איז אפי' גיט ארויסציזאגען מיטן מויל וואס די הערסט

טאפן / פילען - אין דעם איז אריינגערעכנט צוויי זאכן

  1. פילען דורך טאפן מיט די האנטלמשל כאפ אן די זאכען וואס זענען אין פאראנט פון דיר, למשל די טיש, און טראכט אריין וואס ס'איז, ווי אזוי ס'פילט און זאג ארויס אלעס מיטען מויל.
  2. באדי סקען - אריינטראכטן וואס מ'פילט ביי יעדע אבר אין די גוף, אויב ס'פילט אומבאקוועם, אנגעשטרענגט, סטיט  וויי, אדער אפי' מ'פילט גארנישט ספעציעל.
שמעקן - פשוט פשט פרוביר צו שמעקן די גיטע ריחות ארום דיר, (צווינג דיך נישט צו שמעקן אויב די שמעקסט גארנישט, נאר אויב די שמעקסט עפעס פראביר אריינציטראכטען וואס די שמעקסט, און ס'איז אפי' גיט ארויסציזאגען מיטן מויל וואס די שמעקסט.
און פארשטייט זיך, לייג די דגוש אויף גיטע און געזונטע ריחות.

טעם / טעיסט - פיל די טעם פון די עסן וואס די נעמסט און דיין מויל, ציקיי עס שטייטלעך, און זיי מעיין וואס פאר א טעם די שפירסט.

אסאך מאל קענסטו שפירען עטליכע חושים אויף איינמאל.

ווי געזאגט פריער, ס'מוז נישט זיין פערפעקט, און מאך דיך נישט קיין פרעשער אויב ס'גייט נישט אזוי פונקטלעך.


 ב - סקען דיין גוף פון קאפ ביז פיס (ווי געשריבען אויבן אלץ באדי סקען)

פינקטליכע אינסטראקשענס וועל איך אפשר מסביר זיין אין א צווייטע געלעגענהייט, 

אבער אויף בקיצור, נעם אינאכט יעדע פילינג וואס די שפירסט אויף יעדע אבר באזונדער, גיט צו שלעכט, באקוועם צו אומבאקוועם, דארפסט גארנישט טיען דערוועגן דארפסט נאר שפירען די אבר און גארנישט מער

אויף דערווייל קענסטו מאכען א גוגל סערטש פאר meditation body scan audio / Mp3 downloads. ס'איז דא באצאלטע אפפס אבער ס'פעילט נישט אויס צו צאלען מ'קען האבען געניג און נאך פון די פרי, אבער געב אכטונג ס'איז דא אויך פון פרויען (ס'איז נאר רעדן), אויב די טרעפסט נישט עפעס אנדערש, רעדט דיך דורך מיט דיין דיין אין פאל פון עמערזשענסי


ג - נאטורליכע היפנאזעס

איך האב א מפ3 פון בערך 18 מינוט, ס'האט מיך ארויסגענומען פון ממש טיפע שווערע מענטל מצבים



ד - Meditation Apps

פראביר צו דאונלאודען meditation apps, ס'איז דא באצאלטע אפפס אבער ס'פעילט נישט אויס צו צאלען מ'קען האבען געניג און נאך פון די פרי, אבער געב אכטונג ס'איז דא אויך פון פרויען (ס'איז נאר רעדן), אויב די טרעפסט נישט עפעס אנדערש, רעדט דיך דורך מיט דיין דיין אין פאל פון עמערזשענסי


ה - רב / גיטער איד

איך וואלט דיך געראטן זיך צו האלטען בקשר מיט א רב אדער אן אנדערע ערליכע איד וואס די וואלסט געפילט גיט צו רעדן מיט אים איבער דיינע ענינים.

אויב איז דיר שווער זיך צו עפענען פאר אים, קענסטו פשוט אים שיקען אויף פאסט און צולייגען דיין פרייוועט סעלפאון נומער, 

אויב פילסט דיך נישט באקוועם נאך צו רעדן מיט א רב וועגן דיין ענין, קענסטו ציווארטן אפאר וואכען ווילאנג די פילסט דיך אביסל מער סעטלט, און ס'וועט דיר אפשר זיין גרינגער.

דער עיקר איז אז דער אייבערשטער זאל העלפן אז די זאלסט קענען גרינגערהייט אדורכגיין אלע דיינע שוועריגקייטן, און די זאלסט זוכה זיין צו אריכת ימים ושנים טובים.

No comments:

Post a Comment